אויפגעפרישט האט געשריבן:אפשר ברענג א ספאנסער וואס זאל עדווערטייזן
וואס הייסט ?
אחראי: אחראי
נישט פשוט האט געשריבן:אויפגעפרישט האט געשריבן:נישט פשוט האט געשריבן:אויפגעפרישט האט געשריבן:אפשר ברענג א ספאנסער וואס זאל עדווערטייזן
וואס הייסט ?
ס'קען קאסטן 500 ביז טויזענט עס צו מאכן, ניין?
קודם וואס פאלט אייך ביי, און דעס איז דען די אישא ?
דיסעגרי.וויכטיג מאכער האט געשריבן:שוין בערך 4 יאר וואס די "לייק" אישו ווערט ארויפגעברענגט יעדעס מאל די מנהלים האבן א קאנפרענץ... און אז מ'וועט צוריקקוקן העט מען זעהן אז ס'איז שוין דא אסאך אשכולות דערוועגן!
סיז גאר אינטערעסאנט אז געווענליך זענען די וואס דארפן א לייק קנעפל מער "וואוקל" דערוועגן, זיי וועלן שרייבן, ווידער די וואס ווילן דאס נישט וועלן אריינשיקן אדער רעדן פריוואט...
און ווי שוין אויסגעשמיעסט כמה פעמים, איינע פון די שענסטע זאכן וואס אייוועלט פארמאגט זענען די תגובות - רעאקציעס אויף ארטיקלען... אמאל איזעס געווען בני היכלא און זארעכפעפער, מאשקע איך הער סאכדעס און קרעמער, היינט איזעס מער גרויזי צום זאך מאן יימר און ידיד, ווען זאלצי מוישע יאכעס און שמאטע גייען אריין אין א שמיעס, גיסט זיך שמאלץ! איך דריימעך נישט אזוי סאך אין פארברענגען, אבער טייבעלע און MSP צווישן אנדערע קעמענישט אוועקמאכן! און אוודאי נישט די רייכע ידיעות אין ביהמ"ד פון מיללער ענד קאמפעני... איך קעניש טראכטן וויזוי ס'וואלט אויסגעקוקט ווען מילער שרייבט א שיינע חידוש אויף די היינטיגע שיעור אין תורתך שעשועי און שמעלקא טויב לייגטעם א לייק! די אשכול וואלט געגאנגן שלאפן אויפן פלאץ! ועכשיו אז סיניש דא קין לייק קנעפל, האט שמעלקא צוגעלייגט זיינע פערל ווערטער...
ווען לכתחילה לייגט אראפ א גוט שטיקל פאליטיק אדער ענליך, קומט מידער און שרייבט פארקערט, יודל מענדלזאהן ווענדט אים אפ און מי חכם פרעגט צוריק ביז מחותן מאכט א פשרה... קענסטעך אימעדזשענען וויזוי ס'וואלט אויסגעקוקט אזא אשכול? איה"נ פון די 20 תגובות דארט זענען דא 10 שכח'ס! מיט א לייק קנעפל וואלט נישט געווען די 10 שכח'ס טאקע, ס'וואלט אבער נישט געווען די 10 אנאליזן אויך נישט!
די גאנצע עמעזאן אשכול איז פול מיט שכח'ס! איי קענט אימעדזשין די אשכול זאל אויסקוקן אזוי ווען ס'איז ווען דא א לייק קנעפל! נעווער!!!
סאו יעדעס מאל מ'רעדט פון א לייק קנעפל, ס'קוקט שוין אויס ווי אט אט גייטעס געשעהן, שפרינגט ארויף נאכאמאל די אישו פון זאפטיגע תגובות וואס גייען פארלוירן ווערן און דאס האלט צוריק די לייק קנעפל...
דאס איז חוץ א מעשה אז א לייק קאסט נישט קיין געלט, ס'קאסט נישט קיין צייט, ס'קאסט גארנישט! ווען איך זעה אז איינער שטרענגט זיך אן צו שרייבן א שכח, ווייסעך אז ער האט הנאה געהאט, אויב לייגטער א לייק ווייסעך נישט צו ער האט הנאה געהאט, איך ווייס אז אויפגערעגט האבעכעם נישט...