ברוב שבח והודאה צו השי"ת מעלדן מיר איבער דאס אויפנעמען אלס אחראי, איינער פון אונזערע גאר געראטענע חברים, וואס איז באקאנט ביז איצט אין די ראמען פון אייוועלט, אלס א גוט הארץ וואס ווען אימער מ'דארף א טובה איז ער דא. און וועט פון היינט און ווייטער אי"ה צושטיין צו הילף פאר די ביז איצטיגע אחראים,
הלא הוא הניק המכונה "מאנ-יימער" ני"ו.
מיר זענען זיכער אז דער עולם וועט הנאה האבן פון די אויסוואל - וועלעכע איז געטוען געווארן מיט אסאך ישוב הדעת - און יעדער אן אויסנאם וועט מיטארבייטן נאנט מיט אים, און העלפן אז אונזער וועלטל זאל ווייטער פארבלייבן די כשר'סטע פלאץ אויפן אינטערנעט.
ויהי רצון שחפץ ה' בידינו יצליח.