תגובהדורך קרעטשמער » מיטוואך מאי 13, 2009 2:30 pm
בס"ד
צו אלע חשוב'ע מיטגלידער פון היימישע קרעטשמע פארומס אויף אידישע וועלט.
ווי איר אלע זענט באקאנט, זענען מיר לעצטענס אריבער א שווערע דורכגאנג מיט איינער פון די מיטגלידער וואס האט צוליב א 'גילוי' סיבה פארמעקט א חלק דמינכרא פון זיינע תגובות, און דאס אפצושטעלן זענען מיר באצוואונגען געווען חוסם צו זיין דעם ניק, און עס האט זיך פארמירט דורך דעם געוויסע אומאנגענעמליכקייטן.
אויף דעם ארויף האט זיך געשאפן אן ערענסטע דיסקוסיע צווישן מיטגלידער, צי דאס מעקן פונ'ם יעניגן איז געווען אויסגעהאלטן צי נישט. און בכלל וואס איז דען די געפערליכע עוולה פון דעם יעניגן, בסך הכל האט ער 'זיך' געוואלט ראטעווען.
מיר וועלן אראפשטעלן אונזער שטעלונג בנוגע צו די גאנצע נושא, און מיר האפן אז איר וועט פארשטיין אונזער זייט, והשומע ישמע והחדל יחדל.
עס איז ברייט באקאנט, אז די מנהלים זענען וואלענטורן אינ'עם פארום פראיעקט. מיר האבן נישט קיין שום געלט אינטערעסן אין די גאנצע ארבעט, מיר ווילן אז אידן זאלן האבן וואו צו פארברענגן אויפן ברייטן געוועב, אויף א כשר'ן פארנעם. און כשר מיינען מיר פון יעדן פרעספעקטיוו. נישט קיין לשון הרע, נישט קיין מחלוקת, און אוודאי נישט קיין שמוץ.
רבותי, די ארבעט איז נישט קיין גרינגע, גלייבט אונז, מיר זענען פון פשוט'ע אינגעלייט געווארן גאנצע דיינים, מיר דארפן זיך רעכענען מיט צדדים פון פארשידענע פראקציעס, און אויסרעכענען אז די און די תגובה, זאל נישט ווייטון יענע און יענע פארשטופטע חסידות. פארשטייט זיך אליינס, אז מיר זענען פארדעם דא, און מיר רעדן זיך אויף דעם נישט אפ.
אויסערדעם, פרובירן די מנהלים מיט אלע כוחות, צו האלטן די ניווא פון די פארומס, אויף אן הויכע שטאפל, אז מענטשן זאלן זיך שפירן באקוועם דערמיט. אין דעם איז אריינגערעכנט, נישט לאזן קיין בעבישע אשכולות זיך פארווארפן, אין פארומס וואס ערענסטע טעמעס ווערן דארט דורגעדראשן און דורכגעטון. פארשטייט זיך, מיר קענען נישט טיילן קיין שכל פאר קיין מענטשן, און אויך קענען מיר נישט געבן קיין יארן פאר מיטגלידער. איז פון דעם טאג וואס יענער איז בארעכטיגט על פי דיני תורה זיך איינצושרייבן אין די פארומס, וועלן מיר אים באשטעטיגן.
מאכט זיך אז עס כאפט זיך אריין א ניק מיט גאר א בעבישע נאמען וכדו', וועלן מיר דאס נישט באשטעטיגן, און דאס איז צוליב איין פשוט'ע סיבה, מיר קענען נישט פארוואנדלן די פארומס אין א בעיבישע ווינקל.
פאסירט אבער אמאל, אז א בעבי כאפט זיך אריין מיט א ניק נאמען פון אן עדאולט. אבער הינטערן ניק פארשלייערט זיך, א קינד וואס איז נישט געהעריג געווארן דעוועלאפט. נו, מה עלינו לעשות? מיר זענען פארהאקט די הענט. מיר קענען נאר מעקן דא און דארט תגובות פון יענעם, און צומאל שרייבט מען נאך א שטיקל בריוועלע אין אישית. רוב מאל כאפט יענער אויפן ווינק, אבער עס מאכט זיך ביי מאנכע, וואס האבן גאר טענות. אמער? יענער האט אויך געשריבן אזוי, בלא בלא בלא, גיי זיי מסביר, אז יענער האט דאס געטון אין א נאריש פארברענגן אשכול, און דו הרג'עסט אפ אשכולות אין על הצדיקים, אדער אין זכור ימות עולם. אבער, ווען ס'איז נישטא קיין דעת, הבדלה מנין? קען מען נישט צופיל זיך טענה'ן, און עס בלייבט נאר איבער ארבעט ביי די הנהלה צו מעקן און מעקן, ביז די הענט און די הארץ טוט וויי פון אזויפיל מעקן.
אבער אלעס טוט מען, אז א איד וואס וואנדערט אהער, זאל זיך שפירן באקוועם, ער זאל נישט דארפן האבן קיין נסיון פון אנקומען צו נישט קיין געוואונטשענע פלעצער, און ער זאל קענען אויסגעבן זיין שווערע אנגעצויגענע מינוטען, אויף א קאלט גלעזל ביר.
לעניינינו, אז איר פארשטייט אונזער/אייער ציל פון די היימישע קרעטשמע. פארשטייט זיך אליינס, אז ווען עס זאל קומען א ניק, - בפרט איינער וואס האט פיעל באשטייערט צו די קרעטשמע - און צוליב א סיבה, - זאל דאס זיין צוליב א 'גילוי סיבה' - אנהויבן פארמעקן תגובות אן א חשבון, פאטשט ער אין פנים די שווערע ארבעט וואס מיר ארבעטן ללא תשלום גמול. ער זייעט אן א חורבן אין יעדן ווינקל, דיסקוסיעס פארלירן זייער ווערד, דאס גאנצע קרעטשמע גייט כאדאראם, אלעס ווייל... משה האט זיך דערוואוסט, אז הינטערן ניק יענקל, פארשלייערט זיך שלמה. גאנץ א גוטע סיבה, נישט אזוי? טראכט אבער א רגע: וואס וועט זיין אז דו וועסט פארמעקן? וועט ער שוין נישט וויסן אז די ניק יענקל געהערט פאר שלמה? איין זאך יא, ער וועט דאך נאר זען אז דו האסט געהאט וואס צו באהאלטן, אמער דו האסט געמעקט ווי א וואנזיניגער.
איז אויסער דעם וואס עס וועט יענעם גארנישט העלפן אינעם פראבלעם, מאכט ער אן אומגעהויערען שאדן פאר די קרעטשמע. ווי אויבן געזאגט, וואס פאר א פנים האט צו ליינען גאנצע אשכולות, מיט פופצן ליידיגע תגובות אינדערמיט? וואס פאר א פנים האט א גאנצער אשכול וואס באדאנקט זיך אויף אן ארטיקל, מיט הערליכע תגובות פון אנשטענדיגע מיטגלידער, ועיקר חסר מן הספר, דער ארטיקל איז נישט דא? אזוי קען מען אויסרעכענען הונדערטער סארט משלים, ווי גרויס די קרעטשמע איז.
מאנכע פרעגן, איך פארשטיי נישט, טאקע ווייל איך האב אזויפיל באשטייערט צו די קרעטשמע, ווערן מיינע הענט מער געבונדען?!, אויבן אויף גאנץ א גוטע פראגע, אמער, א מענטש האט זיך אוועק געגעבן זיין בלוט און שווייס, געשריבן אסאך און בייגעשטייערט צו די בלי פון די קרעטשמע, וואס יעדער פארשטייט אליינס אז אם אין שרייבערס, אין קרעטשמע, איז וואס קומט זיך אזא איינעם אזא עונש. אבער אויב זאל מען אביסל טיפער - נישט קיין סאך טיפער, נאר אביסקעלע - אריינקלערן, זעט מען ווי זינלאז אזא פראגע איז. זאלט איר זיך פארשטעלן א איד וואס האט אויפגעשטעלט א ביזנעס בשותפות מיט אנדערע, און ער דארף זיך פאר סאום ריזן ארויסציען דערפון. איין טאג זעען די שותפים, אלע ווענט אנגעספרעיט, אלע קאמפיוטערס אריין אין וואסער, אלע פיילס צוריסן אין פיר, און די פעקס מאשינען צוזעצט. נישט ממש אלע, נאר וואו ער האט געמענדזשט. און פארשטייט זיך אז ווי מער חלק אין שותפות ער האט געהאט, האט ער דאך מער זאכן שאדן צו מאכן. וואלט א מענטש געקומען מיט א טענה, כ'מיין אזויפיל בין איך נאך בארעכטיגט, כ'בין דאך א שותף.... יא! ביסט א שותף אבער קיין שוטה דארפסטו נישט זיין.
טייערע מיטגלידער!!! ווען עס וואלט געווען סיי וואס פאר א לאגיק אינעם מעקן, וואלטן מיר עס גענומען אין באטראכט. אבער אויסער פארשטיין יענעם'ס געפילן, האט דאך נאך קיינער נישט מסביר געווען קיין שום לאגישע טענה, וואס צוליב דעם זאלן מיר דאס פארשטיין.
יא, מיר זענען גרייט צו ארבעטן!!! אויב האט זיך עמיציר פאררעדט אין אן אשכול, און ער וויל עס זאל אראפגענומען ווערן דעטאלן פון זיין ניק, מיר וועלן זיך מוטשען צו פארטוישן און פארעכטן עטליכע תגובות אין א רייע, אז עס זאל קיין אומגעוואונטשענע רעזולטאטן ארויסקומען פון יענעמ'ס - יא יענעמ'ס, מיר האבן קיינעם נישט געהייסן וואס צו שרייבן - אומאויסגערעכנטע שנעלע רעאקציע. אבער דאס שטערט אונז נישט, אבי זאלן אידן הנאה האבן. אבער קומען אן א חשבון און מעקן, האסטו דען עובר געווען אויף סיי וואס פאר אן עבירה אז דו האסט געשריבן א תגובה אין היימישע קרעטשמע? פארוואס מעקסטו?
מיר האפן אז מיר האבן זיך גענוג מסביר געווען, און מיר האפן אז אזאנס וועט מער נישט פארקומען ביי אונז אין שטיבל.