די זוך האט געפונען 147 רעזולטאטן

דורך ODOM
מוצ"ש נובעמבער 25, 2017 5:41 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
אשכול: ספיקות און אויפפאסונגען אין לשה"ק
תגובות: 119
געזעהן: 20611

אין מזמור פון ברכי נפשי: בין עפאים יתנו קול, דער חירי"ק איז אונעטרן יו"ד, נישט אונטערן אל"ף, דעם אל"ף הארט מען נישט.

אגב, דאס זעלבע איז אין דעם נאמען "דניאל", דער ציר"י איז אונטערן יו"ד, נישט אונטערן אל"ף.
דורך ODOM
דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 5:29 am
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
אשכול: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק
תגובות: 822
געזעהן: 95392

צום ביי שפיל, א פסוק אין פרשת במדבר:
פְּקֻדֵיהֶם לְמַטֵּה רְאוּבֵן שִׁשָּׁה וְאַרְבָּעִים אֶלֶף וַחֲמֵשׁ מֵאוֹת.
זאגט מען שִׁשָּׁה וְאַרְבָּעִים, אֶלֶף וַחֲמֵשׁ מֵאוֹת. מיינט דאס 1,546.
זאגט מען שִׁשָּׁה וְאַרְבָּעִים אֶלֶף, וַחֲמֵשׁ מֵאוֹת. מיינט דאס 46,500.
און נאך...
דורך ODOM
דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 2:00 am
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
אשכול: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק
תגובות: 822
געזעהן: 95392

היינט, ביי שיר של יום, האט דער חזן אויסגיפירט: "ויאכילהו מחלב חטה, ומצור דבש - אשביעך".
ס'איז נישטא אזא זאך "צור דבש". "ומצור" און פון דעם שטארקן שטיין "דבש אשביעך" וועל איך דיר זאט מאכען פון האניג.
דורך ODOM
מיטוואך נובעמבער 22, 2017 3:57 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
אשכול: ספיקות און אויפפאסונגען אין לשה"ק
תגובות: 119
געזעהן: 20611

די זעלבע פרק החליל אויב זאגט מען מיט א קמץ די חי"ת מיינט עס א טויטער מענטש עס קומט די חי"ת א חטף פתח חליל מיט א חטף פתח, הערט זיך אזוי ווי "נקבים נקבים חלולים חלולים...." אין פסוק שטייט מיט א קמץ, 1) וְלִפְנֵיהֶם נֵבֶל וְתֹף וְחָלִיל וְכִנּוֹר (שמואל א' י' ה') 2) וְהָיָה כִנּוֹר...
דורך ODOM
מיטוואך נובעמבער 22, 2017 8:39 am
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
אשכול: נוטריקון פון נעמען
תגובות: 59
געזעהן: 10562

געהערט פון א בדחן
יעקב = י'שימך א'לקים כ'אפרים ו'כמנשה ...
דורך ODOM
דינסטאג נובעמבער 21, 2017 4:01 pm
פארום: זכור ימות עולם
אשכול: ר' אייזיק ר' יעקל'ס שול אין קראקא
תגובות: 60
געזעהן: 13816

ס'איז נישט גענוג אפקויפין דעם בנין, מען דארף שמירן אין די ריכטיגע פלעצער...
דורך ODOM
דינסטאג נובעמבער 21, 2017 6:30 am
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
אשכול: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק
תגובות: 822
געזעהן: 95392

די פסוקים פון "ויושע" פאר שירת הים: "וייראו העם את ה'" - דער ר' איז מיט א שו"א-נע (ווייל דער חירי"ק פאר עם איז מיט א יו"ד, ס'איז א תנועה גדולה), און דאס מיינט, זיי האבין מורא גיהט. ווער ס'זאגט דעם ר' מיט א שו"א-נח, מיינט דאס אז זי האבין געזען (לשון ראיה).
דורך ODOM
מאנטאג נובעמבער 20, 2017 2:52 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
אשכול: ספיקות און אויפפאסונגען אין לשה"ק
תגובות: 119
געזעהן: 20611

"מליץ" איז א רעדנער, א שיינער רעדנער, פון דעם זאגט מען "מליץ יושר", ווער ס'רעדט שיין דעם גלייכקייט. און דאס מיינט "מליץ את היושר על פלוני". "מליצה", איז אויך א שיין ווארט, אזוי ווי דא https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=17&t=18243, אבער דאס מיינט נ...
דורך ODOM
מאנטאג נובעמבער 20, 2017 2:04 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
אשכול: ספיקות און אויפפאסונגען אין לשה"ק
תגובות: 119
געזעהן: 20611

ווי פיל זאגין מסכתא "עירוכין" שטאט "ערכין"?
דורך ODOM
מאנטאג נובעמבער 20, 2017 2:00 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
אשכול: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק
תגובות: 822
געזעהן: 95392

קוראים אל ה', דער רי"ש איז מיט א חירי"ק, און דער אל"ף איז באהאלטן, ס'הערט זיך אזוי ווי "קורים".
יראו את ה' קדושיו, דער יו"ד איז מיט א שו"א-נע, און דער מלאפו"ם איז אויף דעם ר', ווי ס'וואלט געשטאנען "ירו".
דורך ODOM
מאנטאג נובעמבער 20, 2017 1:51 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
אשכול: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק
תגובות: 822
געזעהן: 95392

ס'איז דאס סידורים ווי ס'שטייט די ה"א מיט א חט"ף סגו"ל,דער שו"א איז א נח , די חילוק למעשה אין הברה איז גאר גאר א קליינער. מיינסט צו זאגן נע ? טאמער איז עס א נח זאגט מען דאך עס נישט ארויס די אותיות א'ה'ח'ע' קומען קיינמאל נישט מיט א שו"א נע, דאס ווערט א חט"ף, אויב מען זאג...
דורך ODOM
מאנטאג נובעמבער 20, 2017 8:43 am
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
אשכול: אפטע טעותים אין עברי און דקדוק
תגובות: 822
געזעהן: 95392

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:איר קענט דעם ניגון?
וביום השבת - שבת קודש - שישו ושמחו...
שטייט ״ביום״ נישט ״וביום״.

צו באמערקן: דער זמר "כל מקדש" איז אויסגעשטעלט ע"פ סדר הא"ב, ביום השבת איז אות ב'.


כ'מיין דער גרייז נעמט זיך פון דעם פסוק"וביום השבת שני כבשים וגו'"
דורך ODOM
זונטאג נובעמבער 19, 2017 4:00 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
אשכול: ילקוט מליצות לכתיבה
תגובות: 345
געזעהן: 68160

איך האב א מאל געזען א קליין ביכעל מיט דעם נאמען "אוסם בושם", מיט פיעל מליצות, איך גדיינק איינציגע: א גאסט אין האטעל איז געביסען געווארין, זאגט ער: לנכרי תשיך. דער מגיד זאגט א דרשה און מיינט געלט: דורש דמים. דער ראביי וואס מיינט געלט: עבודת הקודש עליהם בכס"ף ישאו. שוין לאנג נישט געזען ...
דורך ODOM
פרייטאג נובעמבער 10, 2017 4:42 am
פארום: אידישע און וועלטליכע נייעס
אשכול: ברוך דיין האמת #1 (כ"א תמוז תשס"ו - ר"ח ניסן תש"פ)
תגובות: 25362
געזעהן: 4317597

אין ארץ ישראל איז בעווה"ר נפטר געווארן הגה"צ זקן המשגיחים ומגדולי בעלי המוסר ר' דוב יפה זצוק"ל, משגיח ישיבת כנסת חזקיהו ברכסים, חבר מועצגה"ת. דער משגיח איז געבוירען געווארן בשנת תרפ"ט אין ווילנא לאביו מגזע בעלי הלבושים זי"ע, און אין יאר תרצ"ה איז ער מיט זיין משפחה...
דורך ODOM
דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 12:26 am
פארום: אידישע און וועלטליכע נייעס
אשכול: האריקעין הארווי פארפלייצט היוסטאן און מזרח טעקסאס
תגובות: 470
געזעהן: 62476

חז"ל לערנען אונז: חמה לוקה סימן רע לאומות העולם, שהם מונין לחמה.
אט זעהן מיר, גלייך נאך דעם ליקוי חמה, איז געקומען דער האריקעין.
דורך ODOM
דינסטאג אוגוסט 22, 2017 11:20 am
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
אשכול: ארימאן אדער ארעמאן
תגובות: 25
געזעהן: 6920

איך האב א מאהל גיזוכט אין 'צאנה ראנה' פון עטליכע דרוקן, און איינער איז גיווען אנדערש ווי דער אנדערער אין אסאך זאכין.
דורך ODOM
מאנטאג אוגוסט 21, 2017 8:17 am
פארום: אידישע און וועלטליכע נייעס
אשכול: ליקוי החמה מאנטאג שופטים כ"ט אב תשע"ז
תגובות: 609
געזעהן: 83924

ווער ס'וויל זעהן די רעזולטאטין פון ליקוי אהן קוקן אויף די זוהן אליין. מען נעמט א פאפיר און מען מאכט אין עם א קליין לאך א רונדיכיגע - אין גאנצין קיילכדיק, און מען שטעלט דאס ביי די זון, ס'זאל מאכין א שאטין או דין זוהן זאל דורכגיין דעם לאך. ווען ס'איז דער ליקוי וועט די זוהן אין מיטן דעם שאטין נישט זיין...
דורך ODOM
מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:16 am
פארום: אידישע און וועלטליכע נייעס
אשכול: ברוך דיין האמת #1 (כ"א תמוז תשס"ו - ר"ח ניסן תש"פ)
תגובות: 25362
געזעהן: 4317597

אבן יקרה האט געשריבן:שוועסטער פון הגאון הגדול ר"ח גריינמאן זצ"ל

וואס דארט איז אויך דא היינט נאכט א חתונה פון א אייניקל, א זוהן פון בנו ממלא מקומו הרב אי"ש שליט"א.

פון ביידע חתונות פארט מען ארויס גלייך צום לויה...


דוכט זיך מיך אז ס'איז א טאכטער!
דורך ODOM
מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:12 am
פארום: אידישע און וועלטליכע נייעס
אשכול: ליקוי החמה מאנטאג שופטים כ"ט אב תשע"ז
תגובות: 609
געזעהן: 83924

וויאזוי מ'קען מאכן דאס גענאר פון א וועלט מיט מענטשן... די גאנצע ליקוי חמה איז סתם א האוקס... ס'איז סוף חודש עס איז דאך נישטא קיין לבנה. עס קען נאר פארקומען אין א ערב ראש חודש. ליקוי חמה קומט פאר ביי דעם מולד הלבנה. און דער פונקטליכער מולד ("מולד האמיתי") איז ביי דעם ליקוי. ליקוי לבנה קומט...
דורך ODOM
מאנטאג אוגוסט 21, 2017 5:09 am
פארום: אקטועלע נייעס
אשכול: חתימת הרי"צ דושינסקי - תש"ח
תגובות: 30
געזעהן: 9715

גערעכט!
איך האב נישט גוט גלייענט דעם גיטייפטין דעקאמענט...
אבער, נאך אלעס, די וואס זענען נישט קיין בני ישיבות, האט מען נישט ג'אסר'ט גיין אין מיליטער.
היינט בעשרייבטמען אז ס'איז "יהרג ולא יעבור".
דורך ODOM
זונטאג אוגוסט 20, 2017 8:55 am
פארום: אידישע און וועלטליכע נייעס
אשכול: גרויסע לאטעריס אין די היסטאריע
תגובות: 738
געזעהן: 95578

האט דען עמיצער גיפארשט וואס בלייבט 10 יאהר נאך דעם געווינס פון דעם געווינער?
איז דאס נישט קיין "עושר שמור לבעליו לרעתו"?
דורך ODOM
דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 5:09 am
פארום: אקטועלע נייעס
אשכול: חתימת הרי"צ דושינסקי - תש"ח
תגובות: 30
געזעהן: 9715

אנטשולדיקט מיר. איך בין דא א גרינער, א נייער, און איך ערלויב זיך זאגין א פאהר ווערטער. באלד זיבעציג יאהר וואס די טמא'נע מיליטער דינט און שלעפט נשמות צום אפגרונד. א ודאי איז א חיוב אויף יעדער איד נישט אריין טרעטין צווישן זיי. און איך מיין נישט קאלט מאכן גאר נישט אין דעם ענין. אבער דיא געשראיי אז דער ...

גיי צו פארגעשריטענע זוכעניש