די זוך האט געפונען 284 רעזולטאטן

דורך ליפשיץ
זונטאג ינואר 18, 2009 7:34 pm
פארום: היימישע קרעטשמע
אשכול: פרשת שמות ע"פ סהדותא
תגובות: 37
געזעהן: 4219

מיינע טייערע קאלעגער, טוט א קוק. עס זענען פאראן נושאים וואס מענטשן גלייכן צו דעבאטירן, זה אומר בכה וזה אומר בכה. עס איז אבער פאראן נושאים וואס מענטשן ווילן ניטאמאל הערן דעם צווייטן צד, יעדע סארט געדאנק וועלכע טוט נאר אריינווארפן פלאקן דערין וועלן זיי אדער פארשטאפן די אויערן אדער ענטפערן מיט א גלייך ...
דורך ליפשיץ
זונטאג ינואר 18, 2009 1:50 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
אשכול: אויסדערוועלטע ארטיקלען אויף אידיש
תגובות: 13
געזעהן: 3558

איך האף אבער אז איר האט גענומען מיינע ווערטער מיטן זעלבן ציל אויף וועלכן זיי זענען געשריבן געווארן, נעמליך, בלויז אלס 'וויץ אויס'. ח"ו דאס נעמען ערנסט. אלנספאל, עס איז א פרייד אייער לעצטע תגובה, פשוט אלס דעם אויס ווייל עס צייגט אז מיר האנדלען דא מיט גאר גאר א "היימישן איד".
דורך ליפשיץ
זונטאג ינואר 18, 2009 1:43 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
אשכול: אויסדערוועלטע ארטיקלען אויף אידיש
תגובות: 13
געזעהן: 3558

זייער א באלערנדער ארטיקל, וועלכער שטעלט אביסל אין פלאץ די היינטיגע אזויגערופענע "יידישע טאטעס". דער תירוץ אויף זיין פראגע איז: אז ווי ס'שיינט וועלן מיר, די פאן טרעגער פון "אידישקייט", ווארשיינדלעך פארבלייבן מיטן "היימישן-אידיש", בעת דער "היימישער-יידיש" וועט ק...
דורך ליפשיץ
פרייטאג ינואר 16, 2009 9:49 am
פארום: היימישע קרעטשמע
אשכול: פרשת שמות ע"פ סהדותא
תגובות: 37
געזעהן: 4219

געגאנגען בין איך היינט צום שניידער און אים געבעטן ער זאל מיר עפענען דעם בוזעם שניט, דען איך דארף אריין פלאצירן דערין א קיימא לן פון אן ערך 700 פערשוינען. פרעגט ער מיך מיט וואונדער, צי איך קאן זיי נישט פלאצירן אין די איבעריגע קעשענעס, מוז דאס זיין דוקא אין בוזעם? איך גיב אים צו ערקלערן אז איך האלט שו...
דורך ליפשיץ
דאנארשטאג ינואר 15, 2009 1:53 pm
פארום: היימישע קרעטשמע
אשכול: פרשת שמות ע"פ סהדותא
תגובות: 37
געזעהן: 4219

זייט מיר מוחל און טוט מיר אנטשולדיגן. איך בין טאקע נישט קיין אלטער ניק דא, און עס איז אפשר נישט מענטשליך אז א נייער ניק קומט זאגן מוסר, ס'קומט שוין באלד פאר ווי א בחינה פון אחד בא לגור וישפוט שפוט, אבער טאקע מהאי טעמא ווייל ס'איז אן ערליך פלאץ און אן אויסגעהאלטן מקום, א פלאץ וואס מ'זוכט ערליכקייט או...
דורך ליפשיץ
מיטוואך ינואר 14, 2009 9:50 am
פארום: זכור ימות עולם
אשכול: יידישיסטען און יידישיזם
תגובות: 27
געזעהן: 4652

א הערצליכן דאנק אייך פאר אלע מגיבים דא, ספעציעל פאר ביקסאד וועלכער האט זיך גענומען די מי אויסצושמועסן די חלקי ההלכה פון א דין 'קדוש'. חן חן לו. איבער דעם צווייטן שמועס פון יידיש און יידישזים, אין וועלכן דער ניק יידישיסט האט זיך אזוי שיין צעברייטערט, וואלט איך געגאנגען בדרכי הניק ביקסאד און איך וואלט...
דורך ליפשיץ
דינסטאג ינואר 13, 2009 4:54 pm
פארום: זכור ימות עולם
אשכול: יידישיסטען און יידישיזם
תגובות: 27
געזעהן: 4652

יידישיסט עס איז צום שטוינען. אזויפיל היסטאריע געשריבן אין א רייכע קלארע שפראך אין איין תגובה. די מימרא וואס איר זאגט נאך פון ר' אלחנן ווסרמן זצ"ל, איז בלויז איין חלק. ער האט אויסגעפירט אז גזירת סטאלין איז געווען א גזירה וואס יידן וואלטן געקענט איבערקומען מיט מסירת נפש, אבער גזירת היטלער איז געו...
דורך ליפשיץ
דינסטאג ינואר 13, 2009 9:08 am
פארום: זכור ימות עולם
אשכול: וויפיל פון די קדושים זענען געווען שומרי תורה ומצוות ?
תגובות: 147
געזעהן: 17276

די פלא איז נאך סאך גרעסער ווי יידישיסט לייגט דאס אראפ. דייטשלאנד איז געווען דער מקור פון אסימילאציע. יידן האבן דארט פארנומען די שענסטע פאזיציעס. זיי זענען געווען אויסגעמישט און שטודירט. די גרעסטע פראפעסארן, דאקטוירים און אדוואקאטן, זענען געווען אידיש אפשטאמיגע וועלכע זייערע אור-עלטערן זענען שוין ליי...
דורך ליפשיץ
זונטאג ינואר 11, 2009 5:36 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
אשכול: וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?
תגובות: 3373
געזעהן: 313973

איבער אייערע שמועסן וועגן GYN און GEN האב איך געפונען אן אינטערסאנטער רא"ם. אין פרשת בראשית (ב כג) וואו דער פסוק דערציילט די יצירת האשה, פארענדיגט זיך דער פסוק לזאת יקרא אשה כי מאיש לקחה זאת. זאגט דארט רש"י, לשון נופל על לשון, מכאן שנברא העולם בלשון הקודש. צייכנט דער רא"ם צו א מדרש (ל...

גיי צו פארגעשריטענע זוכעניש