די זוך האט געפונען 2053 רעזולטאטן

דורך זארעכפעפער
פרייטאג יאנואר 09, 2009 9:10 am
פארום: אידישע וועלט
אשכול: ארור מכה רעהו בסתר
תגובות: 441
געזען: 173945

איך האלט מיך שוין איין באלד א וואך צייט נישט אויסצוברעכן וואס קוועטש מיר, אבער ליינענדיג די תגובות דא האט דאס מיר ממש באצווינגען אנטייל צונעמען און בעל כרחי אויך אריין שמייסן א תגובה. ווען א גרופע יונגעלייט קוואקענען אין א פובליק קאווע שטיבל און ווערן שיכור פאר ליידיקייט ונכנס קאווע ויצא סוד, דאן אי...
דורך זארעכפעפער
זונטאג יאנואר 04, 2009 7:44 pm
פארום: נייעס קאך לעפל
אשכול: וואס גייט פאר מיטן פרעזידענט עלעקט אבאמא?
תגובות: 51
געזען: 8952

ביטע די איינזאך נאר, נעם נישט די קרומע נטורי קרתא'ניקעס וועלכע שוינען אפ דעם אראבער מער ווי דעם איד, און זאגן אז דאס איז א שיטה פון רבי'ן. דעם רבי'ן האט וויי געטוהן אידיש בלוט, נישט קיין אראביש בלוט. פינטל. דעם רבינ'ס מהלך און דעת קדשו ליגט אין זיינע ספרים קלאר און דייטליך. ליין איבער דעם צוזאמענשטע...
דורך זארעכפעפער
זונטאג יאנואר 04, 2009 7:27 pm
פארום: נייעס קאך לעפל
אשכול: וואס גייט פאר מיטן פרעזידענט עלעקט אבאמא?
תגובות: 51
געזען: 8952

יאנאש דאס זאלסטו אים פרעגן, נישט מיך איך האב בלויז געזאגט אן השערה וואס קען זיין, בכדי צו פארענטפערן די שטארק געפלאגטע פראגע וואס עס מוטשעט אזוי דעם עולם. איך טראכט אים צו פארענטפערן, אז ער האט נאך דערווייל מורא פון פאלק ארויסצוקומען אזוי עמטליך מיט זיין גאנג, ער וויל זיין געדאנקענגאנג צעביסלעך אריי...
דורך זארעכפעפער
זונטאג יאנואר 04, 2009 4:50 pm
פארום: נייעס קאך לעפל
אשכול: וואס גייט פאר מיטן פרעזידענט עלעקט אבאמא?
תגובות: 51
געזען: 8952

אלזא, ערשטענס אלס איד אויס איז ביי מיר נישט פאראן צו לייגן תורה אין דער זייט און טראכטן בלויז לאגיק. מיין שכל קען נישט אוועק לייגן אין דער זייט פאר קיין איין מינוט א מחשבה שלא עפ"י תורה; נישט ווען עס האנדלט זיך ביים ולא תתורו אחרי לבבכם און נישט ווען עס האנדלט זיך ביים ולא תתורו אחרי עיניכם. פו...
דורך זארעכפעפער
זונטאג יאנואר 04, 2009 4:18 pm
פארום: נייעס קאך לעפל
אשכול: וואס גייט פאר מיטן פרעזידענט עלעקט אבאמא?
תגובות: 51
געזען: 8952

ניין, ער נעמט אן דעם מהלך פון בוש אין אנהויב פון זיין ערשטן קאדענץ. בוש האט אין תחילת אויך געוואלט אנענעמען די פאליסי, אבער די ציוניסטישע לאביאיסטן, באגלייט מיט דעם 9/11, האבן אים אריינגעפירט אין אן אנדער מהלך. נו, ער איז נאך נישט אזוי בעאיינפלוסט פון די איזראעלישע לאבאייסטן. און יא ער קומט פון אן א...
דורך זארעכפעפער
זונטאג יאנואר 04, 2009 4:03 pm
פארום: נייעס קאך לעפל
אשכול: וואס גייט פאר מיטן פרעזידענט עלעקט אבאמא?
תגובות: 51
געזען: 8952

שאלות חכם חצי תשובה, ער איז שטיל ווייל ער וויל נישט גיבן זיין שטיצע פאר 'מדינת ישראל'! איז וואס? ווער זאגט אז זיין מיינונג איז אזוי אומריכטיג? ווער זאגט אז ער מוז נאכטאנצן מיט בלינדע אויגן די אלע פאלעסיס פון בוש? יא, ער האלט אז מיט'ן אריינגיין אין עזה און אויסשעכטן הונדערטער ציווילע און אראפווישן פו...
דורך זארעכפעפער
זונטאג יאנואר 04, 2009 2:01 pm
פארום: אידישע וועלט
אשכול: דער ציקער'ל איז צוריק!
תגובות: 15
געזען: 2767

ר' זיידעניו, פארפאלן! איך, ווי מיינע פארגייער, בין אויך געזעסן צוגעשמידט מיט א נייגער ביז אויס. איך מוז דיר זאגן, אז א חוץ פון דיינע אלע אנדערע אומצאליגע טאלאנטן (בכלל, און אין שריפט בפרט), ליגט אין דעם ארטיקל א עפעס א באזונדער קונץ. צו נעמען א טעמע און קלאר ארויסשרייבן צווישן די שורות פון וואס עס ה...
דורך זארעכפעפער
פרייטאג יאנואר 02, 2009 10:18 am
פארום: אידישע וועלט
אשכול: והחי יתן אל לבו (קעפל אריגינעל)
תגובות: 10
געזען: 2940

איך ווייס נישט וואס, עפעס לערנענדיג רש"י'ס פשט האסטו מיך דערמאנט אין אן אנדערע רש"י, אין פרשת ויחי, וואו רש"י ערקלערט אז חסד שעושים עם המתים איז א חסד שאינו מצפה לתשלום גמול. כלפי מה הדברים אמורים? ס'רוב פון די חברה דא זענען שוין געוואוינט, אז ווען מ'שרייבט אן ארטיקל דא איז דאס א חסד ...
דורך זארעכפעפער
דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 5:19 pm
פארום: ספרים ומחברים
אשכול: על ספרי היעב"ץ ובית דפוסו
תגובות: 125
געזען: 38398

ר' בערל, דאס ספר מאור עינים לר' עזריה מן האדומים האט נאך בשעתו מעורר געווען א גאנצן פולמוס. ס'דא חרמות, קנסות ואיסורים פון גדולים בימים ההם דערקעגן. ער האט געוויסע זאכן (וואו ער דריקט זיך אויס קעגן חז"ל ועוד)געמוזט ארויסנעמען און אזוי איבערדרוקן. ס'איז אן ענין פאר זיך. מעגליך מ'מעג גרונדן א באז...
דורך זארעכפעפער
דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 4:58 pm
פארום: צדיקים וחסידים
אשכול: רבי חיים פאלאג'י וספריו (החבי"ף) – י"ז שבט תרכ"ח
תגובות: 21
געזען: 6780

פשיהא, א ריזן יישר כח ר' זיידעניו פאר דיין אינפארמאציע. טאקע אינטערסאנט וואס דו זאגסט, ווייל דער 'עיני כל חי' האט מען הערשט געדרוקט א גוטע פאר יאר לאחר פטירותו. לפי דבריך נמצא, אז דער 'פעולת צדיק לחיים' איז בלויז דער ערשטער חיבור וואס ער האט מחבר געווען, אבער למעשה לאור עולם ארויס פון דרוק איז טאקע ...
דורך זארעכפעפער
דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 4:01 pm
פארום: צדיקים וחסידים
אשכול: רבי חיים פאלאג'י וספריו (החבי"ף) – י"ז שבט תרכ"ח
תגובות: 21
געזען: 6780

יישר כח הרב מיללער פאר דיין אינפארמאציע. א באזונדערע דאנק פארן 'זקן' החבורה, זה 'זקן' שקנה חכמה וידיעה, פארן אונז מהנה זיין מיט א קורצע ביבליגראפיע איבער די ספרי החבי"ף. חן חן לו. און כמובן קומט זיך א ספעציעלן יישר כח פאר הרב הידען ובקי נפלא, 'המסתתר' את עצמו וניקו ממני, פארן אריינקומען דא אין ...
דורך זארעכפעפער
דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 1:11 pm
פארום: היימישע קרעטשמע
אשכול: מיין שוויגער'ס חנוכה פאדי...
תגובות: 60
געזען: 29806

כא כא כא האט דיך חיים חעזקי צוגעפיקסט, אזש ער האט דיך אראפ געשלעפט פון עולם האמת צוריק צו אונז אין קרעמל אריין.... * הער, איך האב נארוואס פארגאסן מיין פלעשעלע טינט, דארט אין דעם אנדערן אשכול, לכבוד דיין פלוצמדיגער תחיית המתים טאנץ פון פאראכטוגן פרייטאג. אבער מיין נישט אז 'דער מקוה איד' מיינער פארקוי...
דורך זארעכפעפער
דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:53 pm
פארום: היימישע קרעטשמע
אשכול: לשם יחוד...
תגובות: 43
געזען: 6600

אברעימל דער קצב, איז אלעמאל אין א מצב. קיין גרויסער תלמוד חכם איז ער טאקע נישט געווען, אבער פאר א גוט ווארט טוט ער אלעמאל אויסגעהן. אז שרה דוואשע שטייט ביים שוועל פון שלאכט הויז, הערט מען שוין פון אברעמ'לען א גוט ווארט ארויס. ווען ער זעט זיין פריינד איצל, טוט ער אים גלייך ענטפאנגען מיט א וויצל. צו א...
דורך זארעכפעפער
מיטוואך דעצעמבער 31, 2008 5:25 pm
פארום: שטים בודקע
אשכול: שטימען אדער שטומען?
תגובות: 12
געזען: 4900

א שיין באגאסענער ארטיקל פון אונזער לערער הער יידישיסט. איך מוז אייך זאגן אז אן הומאריסטישער ארטיקל וועלכע קומט ארויס פון א שפראכן קענער און א שריפט שטעלער פארמאגט אין זיך אלע טעמים, און עס איז נישט צום באשרייבן. כלומר, איך בין שטום! די קונצן וויאזוי אריינצוריקן דעם הומאר און וויאזוי איר אהערצושטעלן ...
דורך זארעכפעפער
מיטוואך דעצעמבער 31, 2008 4:03 pm
פארום: היימישע פארברענגן
אשכול: הנני אטא דא בינעך
תגובות: 8
געזען: 2071

והנני און אטא דא בין איך. כ'אמעך שוין אויפגעוועקט... את קולי ארים, ואת תמיהתי לא אמנע מלהגיד ולהצריח בשער בת רבים. ווי קאן דאס געמאלט זיין אז אזא שמאלציגער ארטיקל ליגט שוין אין קרעטשמע באלד א וואך צייט ועדיין לא הגיבו פה התושבים???!!! שוין נישט רעדן פון דעם וואס דער ארטיקל זעלבסט איז א רינעדיגס, געפ...
דורך זארעכפעפער
מיטוואך דעצעמבער 31, 2008 3:13 pm
פארום: צדיקים וחסידים
אשכול: וועלכע "צדיקים" האט איר נאך זוכה געווען צו קענען?
תגובות: 312
געזען: 58500

דער חילוק, ר' בערל, איז נאר אז א שטיקל חמץ אור לי"ד ווילט איר נישט טרעפן, און דאס האט איר דייקא יא געוואלט טרעפן. (בלויז א גוט ווערטל, כ'אף ס'שטערט אייך נישט). מיין מיינונג (אויב ס'איז בכלל א מיינונג): מ'זאל דאס דייקא יא לאזן אין א באזונדער אשכול אונטערן נאמען אפשר 'ועל זקני שארית עמך בית ישראל...
דורך זארעכפעפער
מיטוואך דעצעמבער 31, 2008 2:41 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
אשכול: די וועלט פון 'זילבעס'
תגובות: 53
געזען: 12178

הרב יידישיסט, איך האב זיך אביסל אנגעהויבן מסדר צו זיין עטליכע הערות און אנפראגן אויף אייער באלערנדע תגובה, און איך וועל זיי ארויפשטעלן ביסלעכווייז (א פריש געשאפענער 'זילבע' דורך: זארעכפעפער...). איידער איך וועל אנפרעגן מיינע פראגן אויף די פונקטן פון די לעקציעס און לערנונגען, וועל איך זיך ערשט באציען...
דורך זארעכפעפער
דינסטאג דעצעמבער 30, 2008 7:58 pm
פארום: שטים בודקע
אשכול: וואהלן אפהאנדלונג פאר די שפעט געקומענע
תגובות: 8
געזען: 2857

גר ותושב אנוכי עמכם. זייענדיג אן אלטגעזעסענער תושב הקרעטשמע, בין א גר אין דעם ענין פונקט ווי איר. פלעשער, פלעשער טינט זענען שוין פארגאסן געווארן, דורך אנוכי הקטן זעלבסט, אין די בראשית יארן פון די המצאות ה'ראש הקהל' בהיימישע קרעטשמע. פארט אבער וועל איך אייך צופירן צו אייניגע לינקים, מעשה ידי פעפער, ו...
דורך זארעכפעפער
דינסטאג דעצעמבער 30, 2008 7:00 pm
פארום: ספרים ומחברים
אשכול: על ספרי היעב"ץ ובית דפוסו
תגובות: 125
געזען: 38398

האסט געהערט? ס'טוט זיך לעבעדיג, אויף טישן און אויף בענק. וואס איז? דער אלעמענ'ס באקאנטער 'בערל וועלכער מאכט און איז אלעמאל 'לעבעדיג' האט זיך צוגעשטעלט צו אונזער שמועס'לע, און אוטאמאטיש איז געווארן 'לעבעדיג'. וועלקאם. בנוגע דעם טשטוש הסידור, האבן מיר שוין אויפמערקזאם געמאכט אין די ערשטע תגובה באלד בי...
דורך זארעכפעפער
דינסטאג דעצעמבער 30, 2008 5:15 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
אשכול: יסודות הדקדוק: ושום שכל ויבינו במקרא, מקרא סופרים ומסורת.
תגובות: 15
געזען: 4884

יישר כח רבי בני היכלא, פאר דיין 'קורצע' אויפקלערונג. (אויך מיר 'קורץ', אפשר מיינסטו קורץ אין שפראך...). נו, מיינסט איך האב יעצט יא צייט. איך וועל זיך מערצעשעם באציען צו דיינע ווערטער קומענדיגע מאל. איך האב מעיר צו זיין דערויף (איך האף דו וועסט מיר נישט אנטוישן און אנטלויפן...). נו, וידבר... וידבר......
דורך זארעכפעפער
דינסטאג דעצעמבער 30, 2008 5:03 pm
פארום: צדיקים וחסידים
אשכול: רבי חיים פאלאג'י וספריו (החבי"ף) – י"ז שבט תרכ"ח
תגובות: 21
געזען: 6780

גערעכט רבי היכלא, די זאך איז נאר, אז דא איז אביסל שונה הענין. ווייל מיר זענען נישט דן אלס חוקרים אין יוניווערסיטעט, מיר רעדן אלס לימוד וידענות אויס וואס מיר לערנען ארויס פון זיינע אייגענע שריפטן. במקום וואס ער אליין שרייבט קלאר אין דעם חיבור אז ער פערפאסט דאס ליום הולדת שלו, וואס דאס איז בחודש חשון,...
דורך זארעכפעפער
דינסטאג דעצעמבער 30, 2008 4:58 pm
פארום: ספרים ומחברים
אשכול: על ספרי היעב"ץ ובית דפוסו
תגובות: 125
געזען: 38398

ר' יאסל, אדרבה. 'גדולת יהונתן' פון הרב גרינוואלד, מעולם לא שמעתי על זה? דער באקאנטער 'גדולת יהונתן' איז נישט פון אים, און דאס איז נאך געדרוקט סאך פריער ווי תרס"ח. טא אדרבה, ברענגט מיר די אינפארמאציע איבער דעם חיבור פון וואס דו רעדסט און דו ווסעט מיך מהנה זיין. * ר' היכלא, אונזער פרישער מעמבער, ...
דורך זארעכפעפער
דינסטאג דעצעמבער 30, 2008 4:49 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
אשכול: יסודות הדקדוק: ושום שכל ויבינו במקרא, מקרא סופרים ומסורת.
תגובות: 15
געזען: 4884

פשיי... גלייבט מיר איך האב מיך נישט גערישט אויף אזעלכע שנעלע רעאקציעס פונעם עולם דא, איבערהויפט פון די גדולי המדקדקים אשר קטנם עבה ממתני, בראש וראשון הרב יידישיסט והשני בדומה לו הרב בני היכלא, און הרב מיללער וועלכער איז אויך נישט קיין קטלא קניא אין די סוגיא. אההה... אצינד ווערט מיר שוין פארענטפערט ד...
דורך זארעכפעפער
דינסטאג דעצעמבער 30, 2008 4:22 pm
פארום: צדיקים וחסידים
אשכול: רבי חיים פאלאג'י וספריו (החבי"ף) – י"ז שבט תרכ"ח
תגובות: 21
געזען: 6780

יישר כח הרב מיללער פאר די טירחא יתירא שטרחת בשבילי. (זאג, די שכר פסיעות קען איך מיר צורעכענען צו מיין קאנטע? נישט אז איך וויל דאס ח"ו גורע זיין פון דיר, נאר פשוט איך וויל זיך נעמען קרעדיט פארן דיר גורר זיין די הליכה). ולענין איז מיר דאס טאקע א פלא. גיבט א איד ארויס א בוך איבער דאס לעבן און שאפן...
דורך זארעכפעפער
דינסטאג דעצעמבער 30, 2008 4:12 pm
פארום: ספרים ומחברים
אשכול: על ספרי היעב"ץ ובית דפוסו
תגובות: 125
געזען: 38398

א גרויסן יישר כח ר' יאסל, פאר די העתקה וידיעה. א] דאס בוך איז געדרוקט אינטער דעם נאמען 'תולדות גדולי הדור הנקרא בית יהונתן'. ער האט דאס ארויסגעגעבן בשעת ער האט נאך געוואוינט אין סיגוט (כידוע איז דער הרב גרינוואלד געווען א יליד סיגוט). צום באמערקן אז דעם בוך האט ער ארויסגעגעבן אין יאר תרס"ח, דאס...

גיי צו פארגעשריטענע זוכעניש