די זוך האט געפונען 45 רעזולטאטן

דורך זעקסטע_הקפה
דינסטאג מאי 10, 2016 12:28 pm
פארום: קאנסטראקשן
אשכול: רוקעדיגע ווענט
תגובות: 3
געזען: 1392

איך האלט אינמיטן לאזן אינסטולירן דעם "טודולו" עסק ביי מיר. איך קען נאכנישט מיטטיילן מיין אייגענע ערפארונג דערמיט (אי"ה ביז עטליכע וואכן וועל איך קענען געבן אן אפדעיט), אבער אזויפיל קען איך יא זאגן אז איך האב זיך *גוט* נאכגעפרעגט דערויף פאר'ן באשטעלן און די אינפארמאציע וואס איך האב באק...
דורך זעקסטע_הקפה
דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 11:55 am
פארום: היימישע נייעס
אשכול: אפענע בריוו צו אלע תושבי ועסקני מאנסי (ומנהלי המוסדות)
תגובות: 85
געזען: 10980

נישט האט געשריבן:
עירמאנט'ער האט געשריבן:פיין געשריבן
טאקע מיט א טהור עיניים'דיגע בליק
זעהט מיר אויס האסט געוואלגערט אין בעט ביז דריי אום זייגער נישט קאנענדיג איינשלאפן סאו האסטו געכאפט דעם פעדער אין פינגערס אין זעך אויסגעגעבן
עניוועיס איך בין אויכעט פיין צימישט אין איך אין מיין ווייב שטימען טאקע אויכעט ניט

איך טוה דאס זעלבע
דורך זעקסטע_הקפה
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 5:34 pm
פארום: דעת הקהל
אשכול: שערוריה במאנסי
תגובות: 491
געזען: 56007

יידישע קהילות האט געשריבן:לויט וויפל איך ווייס איז דער וואס באלאנגט צו סאטמאר פאפא בעלז סקווערא וויזניץ באבאוו קלויזנבורג האט נישט דעם פראבלעם.


טעות. פרעג זיך נאך.
דורך זעקסטע_הקפה
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 5:30 pm
פארום: דעת הקהל
אשכול: שערוריה במאנסי
תגובות: 491
געזען: 56007

א איד וויינט און בלוטיגט אוועק און מענטשן האבן די גאל אים צו באשייגעצן צוליב א (נישט פאסיגן) שיגרא דלישנא אופן פון באצייכענען א קהילה/חסידות.
איר זענט מסתמא גערעכט, אבער די אפוועזנהייט פון געפיל צו א צווייטן איד'ס פיין טוט וויי.
דורך זעקסטע_הקפה
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 5:23 pm
פארום: דעת הקהל
אשכול: שערוריה במאנסי
תגובות: 491
געזען: 56007

דאס אז ס'איז דא, איז א פאקט און גענוג מענטשן ווייסן דערפון אז מ'זאל זיך נישט דארפן צופיל אנשטרענגען געוואויר צו ווערן. איך וויל נישט שרייבן מער ווי געשריבן פריער. אבער אויב ס'איז דיר גענוג וויכטיג צו וויסן, וועסטו זייער שנעל געוואויר ווערן. ודי בזה.
דורך זעקסטע_הקפה
מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 5:16 pm
פארום: דעת הקהל
אשכול: שערוריה במאנסי
תגובות: 491
געזען: 56007

ווער עס וואוינט נאר אין מאנסי ווייסט לכל הפחות פון איין באקאנטן אדער קרוב וואס מאכט מיט א חיים טובים מיט מוסדות. נישטא קיין תירוץ און ניטאמאל קיין הסבר איז דא דערויף. ס'האט נישט מיט אידישקייט און אפילו נישט מיט באלאנגען צום חסידות. ס'איז דא איין מוסד וואס באלאנגט צו איין קהילה וואס האט אנגעהויבן מיט...
דורך זעקסטע_הקפה
פרייטאג יוני 13, 2014 12:10 pm
פארום: דעת הקהל
אשכול: 3 בחורים פארכאפט אין חברון - השקפה
תגובות: 260
געזען: 26752

עס איז זייער שווער צו רעדן אין אזא מצב ווען אידישע קינדער זענען שרוי בצער, בפרט אומשולדיגע קינדער וואס לכאורה לא טעמי טעם חטא. נאכאמאל איך וויל נאכאמאל קלאר מאכן , די בחורים זענען אינגאנצן אומשולדיג, זיי זענען נעבעך א קרבן צווישן די רוצחישע אראבער און נישט ווייניגער רוצחישע מתנחלים, וואס שטעלן זיך ...
דורך זעקסטע_הקפה
מאנטאג אפריל 28, 2014 11:06 am
פארום: אויסגאבעס און נייעס קוועלער
אשכול: מאמענט מאגאזין
תגובות: 17328
געזען: 1938128

שומרונים ארטיקל איז פול מיט טעותים. ווער עס ווייסט איז דער זבח פסח ביי די שומרונים "פסח שני" און נישט פסח ראשון. m m נאך א פונדאמענטאלע טעות וואס דער שרייבער מאכט דארט, ער זאגט אז עס איז א ווייטאג צו זעהן אז די אראבער געפונען זיך אויף דער הייליגסטע פלאץ אין די וועלט און זיי בוקן זיך קעגן ...
דורך זעקסטע_הקפה
מיטוואך מארטש 06, 2013 4:03 pm
פארום: היימישע נייעס
אשכול: שוידערליכע עקסידענט כ"א אדר תשע"ג - משפחת גלויבער ע"ה
תגובות: 787
געזען: 98051

ער שרייבט דאך אזוי: "ווען די מידיא הענגט " אונזערע " שמוציגע וועש אין דער עפנטליכקייט ווערט אמאל דאס חסידיש היטל ענג אויפן קאפ..." דאס מוז נאכנישט זיין, ווייל זיי זענען דאך "אידן"... ס''זעהט אויס ווי האברך ר' פ"ג ס'קען זיין, כאטש וואס ער האט ליעב צו שרייבען מער &q...
דורך זעקסטע_הקפה
דאנערשטאג מארטש 22, 2012 2:42 pm
פארום: פינאנץ
אשכול: טשעיס האט מיך אפגעשפארט מיין גאנצע אקאונט
תגובות: 558
געזען: 46735

פון מיין (און אנדערע מענטשן וואס איך קען) עקספיריענס וואלט איך געראטן אוועקצושטיין פון "טשעיס". איך האב אויך געהאט אן אישו, וואו זיי האבן זיך אויפגעפירט ווי געגנסטערס פון עפעס א סלאמפ געגנט אין די בראנקס. איך בין אריין צו מיין לאקאל ברענטש און גערעדט צום מענעדזשער. יענער האט געמאכט א פאר פ...
דורך זעקסטע_הקפה
דאנערשטאג יאנואר 05, 2012 11:25 am
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
אשכול: איך וויל מיך לערנען אידיש שרייבן
תגובות: 79
געזען: 32552

בין נישט זיכער כ'בין גערעכט. אבער כ'מיין אז "תירוץ" גייט אויף א קשיא, און "ענטפער" - אויף א פראגע/שאלה.
דורך זעקסטע_הקפה
מיטוואך דעצעמבער 09, 2009 9:40 pm
פארום: היכל הנגינה
אשכול: ווער זינגט דעם ניגון? אויף וועלעכע אלבוים? ועוד
תגובות: 1230
געזען: 160266

אברמי פלאם זינגט א ניגון אויף די ווערטער. (אויף זיין ערשטן טעיפ, אויב כ'געדענק גוט.)
דורך זעקסטע_הקפה
מיטוואך נאוועמבער 11, 2009 10:57 am
פארום: היכל הנגינה
אשכול: יודישע מוזיק ענציקלאפעדיע
תגובות: 22
געזען: 2621

אצינדער ווילעך נאכאמאל פרעגן, ווער האט טאקע קאמפאוזט דעם וועלטס ניגון 'המלאך הגואל'?


אברהם ראטטענבערג המכונה, עי-בי ראטטענבערג. ער איז דער מחבר פון א צאל באטעמטע ניגונים. "המלאך" איז אויפגעכאפט געווארן נאך דעם וואס קאפי עלבויגן האט דעם ניגון געזונגען ביי א פלעי.
דורך זעקסטע_הקפה
דינסטאג נאוועמבער 03, 2009 11:02 am
פארום: היכל הנגינה
אשכול: שלמה'לע קארלבאך
תגובות: 185
געזען: 38744

איך מיין אז קארלעבאך איז אויף דער וועלט אראפגעשיקט געווארן צוליב אן ענליכער סיבה פארוואס דער מענטש איז באשאפן געווארן אין זעקסטן טאג; אויב דער בריאה פון מתיקות וועט זיך פארגליסטן צו גרויסהאלטן, זאל מען זי קענען אנווייזן: ס'איז דא בעסערס פון דיר.

איך האף אז שלמה איז אין גן עדן...
דורך זעקסטע_הקפה
דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2008 2:38 pm
פארום: אידישע וועלט
אשכול: נבלה עשתה בקרעטשמע
תגובות: 9
געזען: 1806

איך ווייס נישט וואס די מנהלים האלטן וועגן דעם אשכול. לפי עניות דעתי האט "נאטורליך" אלע רעכטן צו זיין אנגעווייטאגט און אלס מייסטער מיט דער פען מעג ער דערפון שרייבן אויך. מיך וואונדערט נאר פארוואס דער אינצידענט ברענגען ביי אים אויף ספיקות וואס שמעקן מיט מאדנע קאנספיראציע טעאריעס. (ניין. איך ...
דורך זעקסטע_הקפה
פרייטאג דעצעמבער 05, 2008 11:38 am
פארום: היימישע קרעטשמע
אשכול: האט בייגעלס...
תגובות: 14
געזען: 2052

מסכים מיט דיר. זעט אויס ווי א שיינע באשרייבונג.
דורך זעקסטע_הקפה
דאנערשטאג דעצעמבער 04, 2008 12:23 pm
פארום: שפראך, גראמאטיק און דקדוק
אשכול: ענטפער אױף דער פראַגע װעגן װערטערביכער
תגובות: 6
געזען: 1563

שלום-עליכם, ר' יאנקל! גוט אייך צו האבן דא. לאזט פון זיך הערן, און טאקע וואס אפטער. מיללער, דער נייער דור אידישיסטן איז זייער אנדערש אין דער באציאונג צו רעליגיע בכלל און פרומע אידן בכלל ווי די פריערדיגע. (נישט אז אלע עלטערע אידישיסטן זענען קריטיש כלפי רעליגיע; איז אבער יא אמת אז ביי יענע איז די דערשי...
דורך זעקסטע_הקפה
מאנטאג אקטאבער 27, 2008 3:03 pm
פארום: היכל הנגינה
אשכול: די פולע ווערסיע פון א סוכה'לע א קליינע...
תגובות: 51
געזען: 16360

אברהם רייזן איז געווען א סעקולערער אידישיסטישער שרייבער. מעגליך, אז מיט דעם וואס דער ניגון איז אריינגעקומען צווישן פרומע אידן האט זיין נשמה געהאט א שטיקל תיקון... שלמה קארליבאך האט גערעדט א פליסיגן אידיש. איך האב אמאל געהערט א טעיפ פון א פארברענגען מיט אים, ביי וועלכן ער האט א היפשן חלק גערעדט אויף ...
דורך זעקסטע_הקפה
מיטוואך אפריל 02, 2008 9:13 am
פארום: ביזנעס
אשכול: ביזנעס לאון (LOAN)
תגובות: 27
געזען: 8011

איך ווייס פון עמיצן וואס טוט עס אויפן ריכטיגן אופן אבער פארשטייט גוט וואס ער טוט. טראסקעט מיר אריבער א בריוועלע אין אישית.
דורך זעקסטע_הקפה
מאנטאג יאנואר 14, 2008 5:01 pm
פארום: דעת הקהל
אשכול: הודו לה' כי טוב, דירות אין ווילאמסבורג
תגובות: 47
געזען: 8382

חלילה! קלאפ דיר אויפן פיסקל כמה וכמה פעמים!
דורך זעקסטע_הקפה
זונטאג יאנואר 13, 2008 4:24 pm
פארום: דעת הקהל
אשכול: הודו לה' כי טוב, דירות אין ווילאמסבורג
תגובות: 47
געזען: 8382

אוי. זיי נישט ברוגז, יאנאש. כ'האב פשוט נישט פארשטאנען וואס דו מיינסט צו זאגן. מחול לי?
דורך זעקסטע_הקפה
זונטאג יאנואר 13, 2008 3:37 pm
פארום: דעת הקהל
אשכול: הודו לה' כי טוב, דירות אין ווילאמסבורג
תגובות: 47
געזען: 8382

צו ג-ט קען איך זען א סיבה פאר קעגנגעזעצטע מיינונגען. אבער צו לייט? וואס איז אזוי נארמאל מיט וויליאמסבורג: דאס וואוינען ווי חיות אין שטייגן? די פארפעסטע לופט? דאס בא'גנב'עט ווערן ביים קויפן א דירה? דאס הרחבת הדעת ביים זוכן פארקינג? וואס?
דורך זעקסטע_הקפה
זונטאג יאנואר 13, 2008 1:00 pm
פארום: דעת הקהל
אשכול: הודו לה' כי טוב, דירות אין ווילאמסבורג
תגובות: 47
געזען: 8382

יא. שוין העכסט צייט זיך אפצוטראגן פון וויליאמסבורג - א שטאט וואס איז נישט צו ג-ט און נישט צו לייט. (און איך פלאן מיט'ן אויבערשטנס הילף אפצופיצן פון דא גאנץ בקרוב.)
דורך זעקסטע_הקפה
דאנערשטאג דעצעמבער 27, 2007 12:49 pm
פארום: דעת הקהל
אשכול: הודו לה' כי טוב, דירות אין ווילאמסבורג
תגובות: 47
געזען: 8382

Re: הודו לה' כי טוב, דירות אין ווילאמסבורג

געלויבט דער הייליגער באשפער, אז דאס וואס מיר ווארטן שוין לאנג, איז שוין אריין אין די ערשטע פאזעס. נאכאמאל, ברוך השם, די פרייזן פאר דירות אין ווילאמסבורג האט אנגעהויבן צו טראסקענען, איך וואלט עס נישט געגלייבט ווען איך זעה עס נישט מיט מיינע אויגן אינעם שאפערס רוט, ביי די קלאספיידס פון דירות פארמיטלונ...
דורך זעקסטע_הקפה
מיטוואך דעצעמבער 26, 2007 12:11 pm
פארום: דעת הקהל
אשכול: דער מצב אין וויליאמסבורג
תגובות: 12
געזען: 2382

פוילישער, ביזט זייער גערעכט. און דיין פארגעשלאגענע סיבה פאר די אלע פראבלעמען איז שכל'דיג. איך וואלט צו דער ליסטע צוגעלייגט די פלאג פון דירות, וואס האלט היינט ביים זעלבן שטאפל ווי מיט 10 יאר צוריק. און א בלאק-וואוט וועט אט די פראבלעם נישט פולשטענדיג לעזן. ווייסט וואס יא? אפטראגן זיך פון דעם דאזיגן מק...

גיי צו פארגעשריטענע זוכעניש