אפט געפרעגטע פראגעס

אריינלאגן און איינשרייבן פראבלעמען

פארוואס דארף מען זיך איינשרייבן?
צו ליינען דארף מען זיך טאקע נישט איינשרייבן. אבער כדי צו קענען שרייבן אדער קאמענטירן, שטימען אין די אנקעטעס און קאמוניקירן פריוואט מיט אנדערע באנוצער דורך פריוואטע מעסעדזשעס אדער אימעיל, דארף מען זיין איינגעשריבן
צוריק ארויף
וואס איז COPPA?
COPPA, אדער the Children’s Online Privacy Protection Act פון יאר 1998, איז א געזעץ אין די פאראייניגטע שטאטן, וואס פארלאנגט פון געוויסע וועבזייטלעך נישט צו נעמען אינפארמאציע פון יוגענטליכע אונטער 13 יאר בלויז מיט א געשריבענעם בריוו פון איינער פון די עלטערן. אויב קלערסטו אז דאס איז נוגע פאר דיר, ביטע זיך פארבינדן מיט די מנהלים.
צוריק ארויף
פארוואס קען איך זיך נישט איינשרייבן?
די מנהלים האבן מעגליך אפגעשפארט אייער IP אדרעס פון זיך איינצושרייבן פון דארט, אדער ערלויבן זיי נישט צו נוצן די ניק וואס איר פרובירט. עס איז אויך מעגליך אז די מנהלים האבן אויף דערווייל אינגאנצן אפגעשטעלט רעגיסטראציע פאר נייע באנוצערס. איר קענט פרובירן זיך צו פארבינדן מיט די מנהלים פאר מער אינפארמאציע.
צוריק ארויף
איך האב זיך איינגעשריבן, פארוואס קען איך נישט אריינסיינען?
ווען איר שרייבט זיך איין, דארף אייער ניק באשטעטיגט ווערן דורך איינע פון די מנהלים צו ווערן אקטיוויזירט. אויב גייט אריבער אפאר טעג און אייער ניק איז נאכנישט אקטיוויזירט, שיקט אן אימעיל צו ארענדאר.
צוריק ארויף
מיין ניק איז שוין אקטיוויזירט, אבער איך קען נישט אריינסיינען?
די ערשטע זאך קוקט איבער אויב איר האט אריינגעלייגט אייער ניק און פעסווארד ריכטיג. אויב איז אלעס ריכטיג, דאן פארבינדט אייך מיט איינע פון די מנהלים. (זיכער צו מאכן אז איר האט נישט קיין חסימה ח"ו).
צוריק ארויף
איך האב זיך איינגעשריבן, און נישט געשריבן פאר א לאנגע תקופה. און יעצט קען איך מער נישט אריינסיינען?
עס קען זיך מאכן אז די מנהלים זאלן דעאקטיוויזירן א ניק וואס האט נישט געשריבן פאר גאר א לאנגע צייט. איר קענט זיך פארבינדן מיט איינער פון די מנהלים, צו זען אויב אייער ניק איז נאר פארמאכט פאר צייטווייליג, אדער עס איז אינגאנצן פארמעקט, וואס דאן וועט איר מוזן מאכן א נייע ניק.
צוריק ארויף
אוי וויי, איך האב פארגעסן מיין פעסווארד?
פאלט נישט אריין אין קיין פאניק! מען קען טאקע נישט ריקאווערן דעם פעסווארד, אבער איר קענט מאכן א נייעם, דורכ'ן דריקן אויפן "אוי וויי, איך האב פארגעסן מיין פעסווארד" קנעפל. אויב איר קענט נישט אדער עס געלונגט אייך נישט צו מאכן א נייע פעסווארד, זאלט איר קאנטאקטן איינע פון די מנהלים.
צוריק ארויף
פארוואס ווער איך אסאך מאל אטעמאטיש ארויסגעסיינט?
דאס פאסירט געווענליך אויב איר האט נישט געדרוקט דעם "געדענק מיך" קנעפל, ווען איר האט אריינגעלאגט. די סיסטעם סיינט אייך ארויס נאך א געוויסע צייט, צו זיין באווארנט פון פרעמדע מענטשן. די געדענק מיך קנעפל ארבעט נישט אין ביי א קאמפיוטער וואס ווערט באנוצט דורך אסאך מענטשן למשל א קיאסק.
צוריק ארויף
וואס טוט דער אפציע "מעק אויס פארום קוקיס"?
עס טוט אויסמעקן אלע קוקיס וועס זענען געווארן פראדוצירט דורך phpBB וואס ווערט כדי אייך צו האלטן אריינגעסיינט. אויב האט איר פראבלעמען אריינצוסיינען אדער ארויססיינען, קען פארמעקן די קוקיס העלפן.
צוריק ארויף

באנוצער באקוועמליכקייטן און סעטטינגס

וויאזוי טויש איך מיינע סעטינגס?
איר קענט אנשטעלן אייערע סעטינגס אינעם "באנוצער קאנטראל צימער". איר קענט דאס געפינען ווען איר דרוקט אויף אייער ניק, וואס געפינט זיך אויבן פון יעדן בלאט ביי די לינקע זייט, עס וועט דאן ארויפקומען די אפציע צו גיין צו "באנוצער קאנטראל צימער". ווי אויך ווען איר זענט ביי אייער אייגענער פראפייל, קענט איר דרוקן אויף "פארריכט דיין פראפייל".
צוריק ארויף
וויאזוי קען איך אנשטעלן אז מ'זאל נישט זען אז איך בין מחובר?
גייט צו: באנוצער קאנטראל צימער > סייט פרעפערענצן > שטעל אן גלאבעלע סעטינגס. און וועלט אויס "יא" ביי די אפציע "באהאלט ווען איך בין אריינגעלאגט". די מנהלים קענען אבער אלעמאל זען ווער עס איז אריינגעסיינט
צוריק ארויף
מיין זייגער ווייזט די נישט ריכטיגע צייט?
אויב האט איר אזא פראבלעם, גייט צו "שטעל אן גלאבאלע סעטינגס" (וויאזוי? קוקט איין שאלה צוריק), און טוישט אייער צייט זאנע.
צוריק ארויף
איך האב געטוישט צו די ריכטיגע צייט זאנע, אבער גארנישט האט זיך געטוישט אויפן סייט?
אויב זענט איר זיכער איר האט אלעס ריכטיג געטון, און נאך אלץ האט זיך די צייט זאנע נישט געטוישט, דאן פארבינדט אייך מיט איינע פון די מנהלים, מ'זאל קענען פאררעכטן די פראבלעם.
צוריק ארויף
פארוואס איז מיין שפראך נישט אויפן ליסטע?
וויבאלד אייוועלט איז א היימישע ווינקל פאר חסידישע אידן, אנטהאלט די סייט נאר די שפראכן וואס ווערן באניצט אינעם היימישן אידנטום.
צוריק ארויף
וואס איז די בילד העכער מיין ניק?
די בילד וואס איר זעט העכער אייער ניק, ווערט אנגערופן אן אוועטאר. דאס ווערט געווענליך גענוצט צו אידענטיפיצירן א באנוצער'ס מהלך המחשבה..
צוריק ארויף
וויאזוי לייג איך צו א אוועטאר צו מיין פראפייל?
אין "באנוצער קאנטראל צימער" דריקט אויף "פראפייל" דערנאך "שטעל אן דיין אוועטאר". עס איז דא דריי וועגן צו לייגן די אוועטאר, אדער קענט איר נוצן א בילד פון די גאלעריע, אדער קענט איר אפלאודן א בילד פון אייער קאמפיוטער, אדער קענט איר אריינלייגן א לינק צו א בילד, למשל: א דראפבאקס לינק. אויב זענט איר נישט מצליח צו צו אפלאודן אן אוועטאר אפילו עס איז די ריכטיגע סייז, דאן קאנטאקט איינע פון די מנהלים.
צוריק ארויף
וואס זענען די דרגות (אנשי שלומינו, שר העשר וכו') אונטער מיין ניק?
די ראנג ווערט ארויפגעריקט לויט וויפיל תגובות איר האט געשריבן. למשל ווען איר שרייבט אייך איין זענט איר 'אנשי שלומינו', נאך 10 תגובות ווערט איר א 'שר העשר', אא"וו. [דיסקלעימער: מערסטנס באנוצער וועלן ענדערש קוקן אויפ'ן תוכן, ווי איידער אויף די צאל תגובות פונעם שרייבער, אלזא נעמט דאס נישט פאר קיין עול.] די מנהלים קענען צומאל שענקען אן אייגנארטיגן טיטל פאר געוויסע באנוצערס, צ. ב. אלס הכרת הטוב, אדער פאר א געווינער פון א פארמעסט וכדומה.
צוריק ארויף
איך האב נישט קיין ניק, אבער איך וויל זעהן א ניקס פראפייל, אדער שיקן א אימעיל, פארוואס בעט עס מיר אריינצוסיינען?
כדי צו קענען זעהן א פראפייל, אדער שיקן א אימעיל צו א ניק, דארף מען האבן א ניק אריינגעסיינט, צו זיין אפגעהיטן פון ספעמערס.
צוריק ארויף

ארויסשטעלן פראבלעמען

וויאזוי עפן איך א נייער אשכול? וויאזוי שרייב איך א תגובה?
צו עפענען א נייער אשכול, גייט צו דעם ספעציפישן פארום ווי איר ווילט עפענען דעם אשכול, און דריקט דעם "נייע אשכול" קנעפל. אויב איר ווילט שרייבן א תגובה אין אן אשכול, דריקט דעם "שרייב תגובה" קנעפל, אדער שרייבט דאס ביי "שנעלע תגובה" אונטן פונעם בלאט. אויב ווילט איר ציטירן א תגובה, דריקט דעם "ציטיר אין תגובה" (") קנעפל אויף די תגובה וואס איר ווילט ציטירן.
צוריק ארויף
וויאזוי קען איך פארריכטן אדער אויסמעקן מיין תגובה?
כדי צו פארריכטן א תגובה, דריקט אויפ'ן קנעפל וואס האט דעם בילד פון א פענסיל. נאך צוויי וואכן וועט איר פארלירן די אפציע צו פארריכטן אייער תגובה. (אויב האט שוין איינער געשיקט א תגובה נאך אייך, וועט זיך אויפשרייבן ווען און וויפיל מאל איר האט פארראכטן די תגובה). מ'קען נישט אויסמעקן א תגובה. (אויב האט איר געשריבן עפעס וואס איר ווילט אויסמעקן, קענט איר דריקן די פארריכט קנעפל און לאזן נאר א פינטל, און די אחראים וועלן עס שוין מעקן).
צוריק ארויף
וויאזוי קען איך צולייגן אן אונטערשריפט?
כדי צו צולייגן אן אונטערשריפט, גייט צום "באנוצער קאנטראל צימער" דערנאך דריקט אויף "פראפייל" און דערנאך אויף "שטעל אן אונטערשריפט".
צוריק ארויף
ווי אזוי לייג איך צו א אנקעטע צו מיין אשכול?
ווען איר עפענט א אשכול, וועט איר זעהן אונטער די תגובה, א אפציע "לייג צו וואלן".
צוריק ארויף
פארוואס קען איך נישט צולייגן מער אפציעס צי די אנקעטע?
מ'קען נישט לייגן מער פון 40 אפציעס.
צוריק ארויף
וויאזוי פארריכט איך אדער מעק איך אויס א אנקעטע?
כדי צו פארריכטן אדער אויסמעקן א אנקעטע, גייט צוריק צום ערשטן תגובה פונעם אשכול,און דריקט אויפן פארריכט "(פענסיל)" קנעפל, און דארט קענט איר פארריכטן די אנקעטע. אבער אויב האט מען שוין געוועלט וועט זיך די אנקעטע ריסעטן. (נאך צוויי וואכן וועט איר מער נישט קענען פארריכטן די אנקעטע, די זעלבע ווי ביי א תגובה).
צוריק ארויף
פארוואס קען איך נישט זען געוויסע פארומס?
געוויסע פארומס זענען באהאלטן פונעם פובליק, נאר איינער וואס די מנהלים האבן אויטאריזירט, קען דארט ליינען אדער שרייבן.
צוריק ארויף
פארוואס קען איך נישט לייגן קיין אטעטשמענטס אין מיין תגובה?
די מעגליכקייט פון לייגן אן אטעטשמענט אין א תגובה, ווענדט זיך אין די פארום אדער גרופע אין וואס איר געפינט זיך. די הנהלה האט די מעגליכקייט צו אויסלעשן די אפציע פון לייגן אטעטשמענט אין געוויסע פארומס אדער פאר געוויסע באנוצער גרופעס.אלזא, אויב האט איר פראבלעמען צו לייגן אטעטשמענט אין א תגובה, קענט איר זיך אלעמאל פארבינדן מיט די הנהלה.
צוריק ארויף
פארוואס האב איך באקומען א ווארענונג?
אויב זענט איר עובר איינע פון די תקנות קען די מנהל אייך שיקן א ווארענונג, אויב באקומט איר דריי ווארענונגען אין א געוויסע צייט, ווערט אייער ניק נחסם.
צוריק ארויף
וויאזוי קען איך באריכטן (דווח) א תגובה?
העכער יעדע תגובה וועט איר זעהן א "(!)" סימבאל דרוקט דעם קנעפל צו באריכטן א תגובה וואס איר האלט עס באלאנגט נישט אויף אייוועלט.
צוריק ארויף
וואס איז דאס "לייג אוועק דרעפט"?
דרעפט, איז אן אפציע צו קענען אוועקלייגן א תגובה וואס איר האט אנגעהויבן שרייבן, עס צו ענדיגן שפעטער. אויב ווילט איר אוועקלייגן א דרעפט, דריקט "לייג אוועק דרעפט". (אויב זענט איר ביי "שנעלע תגובה", דארפט איר קודם דריקן "פולע עדיטאר און פריוויא".) איר קענט דערנאך צוריקקומען צו אייערע דרעפטס אינעם "באנוצער קאנטראל צימער", אדער דורכ'ן דריקן "לאוד דרעפט" ביים שרייבן א תגובה. (א דרעפט ווערט אפגעהיטן אין די פארום ווי איר האט עס געשריבן. ד.ה. א דרעפט אין היימישע קרעטשמע, וועט איר נישט טרעפן אין היימישע פארברענגען.)
צוריק ארויף
פארוואס דארפן מיינע תגובות ווערן באשטעטיגט?
דאס קען זיין פאר צוויי סיבות: 1. איר שרייבט אין א געוויסע פארום וואס דארט דארף א יעדע תגובה ווערן באשטעטיגט. 2. איר האט עובר געווען געוויסע תקנות פון אייוועלט, און וועגן דעם האט אייך די הנהלה אוועקגענומען די אפציע פון שרייבן אן דארפן ווערן באשטעטיגט.
צוריק ארויף
ווי אזוי קען איך רוקן מיין אשכול צו דער אנהייב פונעם ערשטן בלאט?
By clicking the “Bump topic” link when you are viewing it, you can “bump” the topic to the top of the forum on the first page. However, if you do not see this, then topic bumping may be disabled or the time allowance between bumps has not yet been reached. It is also possible to bump the topic simply by replying to it, however, be sure to follow the board rules when doing so.
צוריק ארויף

Formatting and Topic Types

וואס איז BBCode?
BBCode איז א ספעציעלער ערצייגונג פון HTML, וואס ערמעגליכט אנצושטעלן דעם פארמאט און אויסשטעל פון די אותיות און אביעקטן פון א תגובה. די כלליות'דיגע מעגליכקייטן פון די BBCode באנוץ ווערט אנגעשטעלט דורך די הנהלה, אבער יעדער באנוצער קען אליינס אנשטעלן ביים שרייבן א תגובה אויב ער וויל דאס ערלויבן. BBCode איז זייער ענליך צו HTML, אבער די טעגס װערן פארמאכט מיט [געקעסטלטע ברעקעטס] אנדערש ווי דאס וואס ווערט גענוצט אין <HTML> פאר אינפארמאציע ווי אזוי זיך צו באנוצן מיט די BBCode, זע די "הילף BBCode" וואס געפונט זיך ביים "שרייב א תגובה" בלאט.
צוריק ארויף
קען איך נוצן HTML אויף דעם פארום?
ניין. מ'קען נישט שרייבן אדער טוישן די דעזיין פון א תגובה מיט HTML. אבער רוב פארמאטן וואס קען ווערן דורכגעפירט מיט HTML, קען אויך געטון ווערן דורך BBCode.
צוריק ארויף
וואס זענען די שמייכלען?
שמייכלען איז א וועג וויאזוי זיך ארויסצוברענגען אויף א קורצע וועג אן דארפן שרייבן ווערטער. למשל, א פרייליכע שמייכל איז אזוי😀, און א טרויעריגע איז אזוי🙁.
צוריק ארויף
קען איך לייגן בילדער, ווידיאוס, דשיפס, אין א תגובה?
יא. ווען איר שרייבט א תגובה, גייט צו "אטעטשמענטס" איר וועט דאס טרעפן אונטער דעם תגובה קעסטל, דערנאך דריקט "לייג צו א פייל". אויב זענט איר ביי "שנעלע תגובה" דארפט איר קודם גיין צו "פולע עדיטאר און פריוויא". (געדענקט; עס איז דא א לימיט ווי גרויס די סייז פונעם פייל קען זיין.) ווידיאוס קען מען נישט לייגן דירעקט אויף אייוועלט, איר וועט עס דארפן לייגן דורך א לינק, למשל; גוגל דרייוו אדער דראפבאקס. (יוטוב לינקס זענען נישט ערלויבט, דער סיסטעם וועט עס נישט דורכלאזן.) אויב איר לייגט א גוגל דרייוו לינק וואס מען דארף צומאל פארלאנגען צוטריט וכדו', איז ראטזאם איר זאלט אנשטעלן אז יעדער זאל עס קענען זעהן, כדי צו פארמיידן גילוי אומאנגענעמליכקייטן.
צוריק ארויף
וואס איז די תפקיד פון די גלאבאלע [וויכטיגע] מעלדונגען?
גלאבאלע מעלדונגען ווערט גענוצט ווען די הנהלה וויל עפעס לאזן וויסן פאר'ן גאנצן ציבור (למשל; א נייע תקנה וכדו'). די מעלדונגען וועט איר טרעפן אנהייב פון יעדן פארום. איר קענט דאס אויך זען און אויך אינעם "באנוצער קאנטראל צימער", גייט צו "איבערבליק" דערנאך "באנוצער קאנטראל צימער הויפט בלאט".
צוריק ארויף
וואס איז דאס מעלדונגען?
מעלדונגען איז די זעלבע ווי גלאבאלע מעלדונגען, נאר איז ספעציפיש פאר די פארום. עס פארמאגט בדרך כלל וויכטיגע אינפארמאציע איבער דעם פארום. און געפונט זיך שטענדיג אויבן פון די בלאט ביים הויפט בלאט פונעם פארום.
צוריק ארויף
וואס איז א געפּינטע אשכול?
געפּינטע אשכולות וועלן אלעמאל זיין די ערשטע אינעם פארום. אזוי אויך וועט עס האבן אן אנדערע סארט אייקאן, אין פארעם פון א 'לייט באלב', אנשטאט די געווענליכע רינדעכיגע אייקאן. אן אשכול ווערט געפּינט כדי מען זאל גרינג קענען צוקומען דערצו, וויבאלד דאס איז עפעס וואס איז ספעציעל נוגע פאר'ן יעצטיגן זמן (טרענדינג), אדער איז גאר נוצבאר.
צוריק ארויף
וואס מיינט דער אשכול איז פארשפארט?
אין א פארשפארטער אשכול קען מען נישט שרייבן קיין תגובת, ווי אויך אויב איז דא א אנקעטע אינעם אשכול קען מען מער נישט שטימען. פארשפארן אן אשכול איז א באשלוס וואס די הנהלה נעמט אונטער צוליב פארשידענע סיבות, צווישן זיי; ווייל דער אשכול איז מער נישט נוגע, אדער ווייל דער שמועס גייט ארויס פון קאנטראל, און קען אנקומען צו פארלעצן די תקנות המקום. [צומאל קען די הנהלה פארשפארן אן אשכול בלויז אויף צייטווייליג, כדי צו קענען אויסמעקן אדער פארריכטן געוויסע תגובות.]
צוריק ארויף
וואס איז אן אייקאן?
אן אייקאן איז א קליין בילד ביי די זייט פונעם אשכול, וואס טוט אנצייגן אין קורצן די וויכטיגקייט אדער תוכן פון די אשכול. אייקאנס, קענט איר אויך טרעפן ביי די פריוואטע מעסעדשעס.
צוריק ארויף

באנוצער שטאפלען און גרופעס

וואס איז א מנהל און וואס זענען די סייט אדמינס?
די סייט אדמינס קאנטראלירן דעם גאנצן סייט, און מאכן זיכער אז די טעכנישע חלקים זאלן ארבעטן. דערנאך זענען דא די מנהלים, וואס זייער תפקיד איז צו אהערשטעלן די רוחניות'דיגע אויר אינעם וועלטל, דורך שטעלן תקנות און דאס אינפארסירן. די מנהלים קענען טון אסאך פונקציעס. לדוגמא, באשטעטיגן נייע באנוצער, שיקן ווארענונגען, און פארשפארן באנוצער. ווי אויך קענען זיי ארויסשטעלן גלאבאלע מעלדונגען, פארשפארן אשכולות און נאך. זיי זענען דא זיכער צו מאכן אז אלעס אויפן סייט פארט אויף די ריכטיגע רעלסן. אויב איר האט סיי וועלכער א פראבלעם, קענט איר זיך אלעמאל פארבינדן מיט איינע פון די מנהלים.
צוריק ארויף
וואס איז די תפקיד פון א אחראי?
אין דער צייט וואס די מנהלים זענען פארנומען מיט אייוועלט בכלליות, האט מען געשטעלט אחראים וואס זיי זאלן זיך אפגעבן מיט אשכולות/תגובות וואס מ'דארף פארריכטן אדער פארמעקן, אדער גאר פארשפארן/אויפשפארן אשכולות, צו ווייל זיי זענען קעגן די תקנות, אדער ווייל זיי פארדרייען די נושא פין די אשכול. ווי אויך קענען זיי צוזאם שטעלן צוויי אשכולות אויב זענען זיי פון די זעלבע נושא. ווי אויך זענען זיי אלעמאל דא צו העלפן דעם ציבור, אלזא אויב האט איר סיי וואס פאר א פראבלעם, קענט איר אלעמאל זיך פארבינדן מיט זיי.
צוריק ארויף
וואס זענען די גרופעס, און פארוואס זענען זיי דא?
גרופעס טוט איינטיילן אלע באנוצער אין קלענערע חבורות, דאס טוט גרינגער מאכן פאר די סייט אדמינס צו געבן געוויסע רעכטן פאר אסאך ניקס אויפאמאל, (למשל; ערלויבן צו שרייבן אין געוויסע פריוואטע פארומס, אדער שטימען אין ספעציעלע וואלן). איין באנוצער קען זיין איינגעשריבן אין מערערע גרופעס, און יעדער גרופע קען פארמאגן זיינע אייגנארטיגע רעכטן.
צוריק ארויף
וויאזוי שרייבט מען זיך איין צו א גרופע?
אין די "באנוצער קאנטראל צימער" איז דא אן אפציע "באנוצער גרופעס", דארט וועט איר זעהן אין וועלכע גרופע/ס איר זענט שוין א מעמבער, ווי אויך א ליסטע פון פארשידענע גרופעס. עס איז פארהאן "אפענע גרופעס" דארט קענט איר פארלאנגען מעמבערשיפ אריינצוקומען דערין, אנדערע גרופעס זענען פארמאכט און נאר א מנהל קען אייך ארייננעמען.
צוריק ארויף
וויאזוי קען איך עפענען א גרופע?
א גרופע קען נאר א מנהל עפענען. אויב האלט איר אז עס דארף זיין א גרופע פאר א געוויסע נושא, ביטע פארבינדט אייך מיט איינע פון די מנהלים.
צוריק ארויף
וואס זענען די קאלירן אויף געוויסע ניקס?
א געווענליכער באנוצער'ס ניק איז אלעמאל בלוי, ביי א "מנהל" איז עס רויט, און ביי אן "אחראי" איז עס גרין. אין געוויסע פעלער וועט מען אויך צולייגן פאר א פשוט'ער באנוצער א באזונדערע קאליר, דאס באדייט אז ער איז יעצט אין א ספעציעלע צייט. (למשל; דער פורים רב, אדער א פארמעסט געווינער.)
צוריק ארויף
וואס איז א "דעפאולט גרופע"?
אויב זענט איר איינגעשריבן אין מער ווי איין באנוצער גרופע, וועט די דעפאולט גרופע זיין די ערשטע גרופע וואס קומט ארויף אין די פראפייל. ווי אויך וועט די קאליר פון די ניק און די באנוצער רעכטן זיין באזירט לויט די דעפאולט גרופע.
צוריק ארויף
וואס איז די לינק "די הנהלה"?
אין די "די הנהלה" בלאט, וועט איר טרעפן א ליסטע פון אלע מנהלים און אחראים. און אויך אויף וועלכע פארום'ס זיי זענען אחראי.
צוריק ארויף

פריוואטע מעסעדזשעס

פארוואס קען איך נישט שיקן קיין פריוואטע מעסעדזשעס?
דאס קען זיין פאר אפאר סיבות. 1. די ספעציפישע ניק וועמען איר פראבירט צו שיקן א פריוואטע מעסעדזש האט אויסגעלאשן די אפציע. 2. א מנהל האט אייך אויסגעלאשן די אפציע, ווייל איר האט עובר געווען אויף די תקנת המקום בעניני פריוואטע מעסעדזשעס. 3. די הנהלה האט אויסגעלאשן די אפציע פאר יעדן איינעם. אויב קיין איין פון די אויבנדערמאנטע סיבות איז נישט גילטיג ביי אייך, דאן ביטע פארבינדט אייך מיט איינע פון די מנהלים, כדי מ'זאל קענען פארריכטן דעם פראבלעם ווי אמשנעלסטן.
צוריק ארויף
א ניק הערט נישט אויף צו שיקן פריוואטע מעסעדזשעס, אפי' נאכן בעטן צו אויפהערן?
אויב אפי' נאכן בעטן פון א ניק צו אויפהערן שיקן מעסעדזשעס הערט ער נישט אויף. קענט איר אנשטעלן ער זאל אייך מער נישט קענען שיקן קיין פריוואטע מעסעדזשעס, דורכ'ן גיין צו "פריוואטע מעסעדזשעס" דערנאך "כללים, פאלדערס און סעטטינגס" און "לייג צו א נייע כלל". אויב שיקט ער עפעס קעגן די תקנת המקום, זאלט איר באריכטן דעם מעסעדזש פאר די הנהלה, דורכ'ן דריקן דעם באריכט "(!)" קנעפל.
צוריק ארויף
איך האב באקומען א אימעיל פון א באנוצער מיט דברים שלא כהוגן?
אויב עס פאסירט אזוינס צו אייך ח"ו, ביטע שיקט דעם אימעיל צו איינער פון די מנהלים. געדענקט אויך מיטצושיקן די קעפל פונעם אימעיל, ווייל דארט שטייט די אינפארמאציע פון דער וואס האט עס געשיקט.
צוריק ארויף

פריינד און נודניקס

וואס טוט די פריינד / נודניק ליסטע?
די ליסטעס זענען געאייגנט צו האלטן סדר אויף אנדערע באנוצער. די ניקס וואס די לייגסט צו צו דיין 'פריינד' ליסטע, וועסטו אלעמאל זען אין דיין "באנוצער קאנטראל צימער" צו קענען זען אויב זיי זענען יעצט אקטיוו, אדער זיי צו שיקן פריוואטע מעסעדזשעס. אויב די מנהלים ערלויבן די 'נודניק' ליסטע, וועסטו נישט זען זייערע תגובות, נאר אויב די דריקסט אויף "ווייז תגובה".
צוריק ארויף
ווי אזוי קען איך צולייגן א באנוצער צו מיין פריינד ליסטע, אדער אראפנעמען?
ביי יעדן באנוצער'ס פראפייל איז פארהאן א לינק "לייג אריין אין פריינד ליסטע". ווי אויך קענסטו דאס טון אין "באנוצער קאטראל צימער", דורכ'ן גיין צו "פריינד און נודניקס", דערנאך "שטעל אן פריינד", און דארט אריינלייגן זייערע ניקס. דארט קענסטו אויך אראפנעמען באנוצער פון דיין ליסטע.
צוריק ארויף

זוכן אין די פארומס

וויאזוי קען איך זוכן אויף די סייט?
ביי די רעכטע זייט פון די סייט וועט איר זעהן א אפציע "שנעלע לינקס" דריקט דאס און דערנאך דריקט אויף "זוך".
צוריק ארויף
פארוואס קומט נישט צוריק קיין רעזולטאטן פון מיין זוכעניש?
דאס פאסירט געווענליך אויב איר האט געזוכט פאר ווערטער וואס מען ניצט זייער אפט. פרובירט צו זיין מער ספעציפיש, אדער נוצט די פארגעשריטענע זיכעניש.
צוריק ארויף
פארוואס ברענגט מיר די זוכעניש צוריק א ליידיגע בלאט?
דאס פאסירט אויב די רעזולטאטן זענען אזוי סאך, אז די סערווער קען עס נישט באהאנדלען. און אזא פאל איז בעסער אויב איר זענט מער ספעציפיש, אדער קענט איר ניצן די פארגעשריטענע זוכעניש.
צוריק ארויף
וויאזוי זוכט מען ניקס?
ביי די רעכטע זייט פון די סייט וועט איר זעהן א אפציע "שנעלע לינקס" דריקט דאס און דערנאך דריקט אויף "באנוצער" דערנאך אויף "טרעף באנוצער".
צוריק ארויף
וויאזוי קען איך זעהן מיינע אשכולות און תגובות?
צו זעהן אייערע אשכולות גייט צו "זוך" און ביי "זוך לויט די ניק וואס האט געשריבן די תגובה" פילט אריין אייער ניק, נאכדעם ביי "זוך אין" פילט אריין ביי "נאר ערשטע תגובה אינעם אשכול" דערנאך ביי "ווייז רעזולטאטן ווי" פילט אריין ביי "אשכולות" דערנאך דריקט "זוך". צו טרעפן אייערע תגובות, גייט צו אייער פראפייל און דריקט "זוך ניקס תגובות".
צוריק ארויף

בוקמארקס און סובסקריבשאנס

וואס איז די חילוק צווישן א 'בוקמארק' און 'זיין איינגעשריבן'?
א בוקמארק איז געאייגנט אנצוצייכענען אן אשכול פאר שפעטערדיגע געברויכן, עס ווערט אוועקגעלייגט אין: "באנוצער קאנטראל צימער דערנאך "איבערבליק" און דערנאך "דיינע בוקמארקס". ביי דעפאלט וועט איר אויך באקומען מעלדונגען ווען עס קומט צו א תגובה אין אן אשכול וואס איר האט געבוקמארקט, איר קענט דאס אבער פארלעשן אינעם "באנוצער קאנטראל צימער", ווען איר גייט צו "סייט פרעפערענצן" און דערנאך "שטעל אן נאטיפיקאציעס". אזוי וועט איר קענען בוקמארקן א אשכול אן באקומען נאטיפיקאציעס.
צוריק ארויף
וויאזוי קען איך זיך איינשרייבן צו באקומען מעלדונגען פון א אשכול, אדער בוקמארקן די אשכול?
אין יעדן אשכול וועט איר זעהן די "אשכול מעגליכקייטן" קנעפל, עס געפינט זיך אויבן און אונטן פונעם בלאט און האט א "צווענגל" אייקאן. ווען איר דרוקט דערויף קומט ארויף צווישן אנדערן די אפציעס "שרייב זיך איין" און "בוקמארק". אזוי אויך ווען איר שרייבט א תגובה ביי די פולע עדיטאר (נישט ביי די שנעלע תגובה) וועט איר זען פון אונטן ביי "אפציעס" אן אויסוואל "לאז מיר וויסן ווען איינער שרייבט צו א תגובה".
צוריק ארויף
וויאזוי קען איך זיך איינשרייבן צו א געוויסער פארום?
ווען איר גייט אריין אין א פארום וועט איר זען אינגאנצן אונטן אן אפציע "שרייב זיך אין דעם פארום".
צוריק ארויף
וויאזוי שרייב איך זיך אויס פון באקומען אפדעיטס?
צו אויפהערן באקומען נאטיפיקאציעס פון א אשכול, גייט צום "באנוצער קאנטראל צימער" דערנאך "איבערבליק" און דערנאך "דיינע סובסקריבשאנס", און צייכנט אן פון וואו איר ווילט אייך אויסשרייבן.
צוריק ארויף

אטעטשמענטס

וועלכע סארט פיילס קען מען שיקן אין א תגובה?
טעכניש קען מען אלעס שיקן. נאר וויבאלד עס איז פארהאן א לימיט אויף די סייז, קומט געווענליך נישט אויס צו לייגן אויפן סייט נאר בילדער, PDF, אדער GIF'ס
צוריק ארויף
וואו קען איך טרעפן אלע מיינע אטעטשמענטס?
צו טרעפן אייערע אטעטשמענטס, גייט צום "באנוצער קאנטראל צימער" דערנאך "איבערבליק" און דערנאך "דיינע אטעטשמענטס".
צוריק ארויף

פראבלעמען מיט phpBB

ווער האט געשריבן די סאפטוועיר פון דעם פארום?
די סופטוועיר (פארן מאדיפיצירן) איז פראדוצירט און ארויסגעגעבן געווארן דורך phpBB Limited, וואס זיי ערהאלטן די קאפירייט רעכטן אויף די סופטוועיר. און איז ערמעגליכט געווארן צום פובליק באנוץ, דורך די GNU General Public License, version 2 (GPL-2.0) און קען געניצט ווערן בחנם.
צוריק ארויף
פארוואס איז נישטא א געוויסע פונקציע אויפ'ן פארום?
דער פארום איז געשריבן און באשטעטיגט געווארן דורך phpBB. אויב האלט איר אז א געוויסע פונקציע פעלט, אדער עס קען אסאך צוגעבן פאר די באקוועמליכקייט פון די באנוצער, ביטע פארבינדט אייך מיט די הנהלה.
צוריק ארויף
ווי אזוי קען איך זיך פארבינדן מיט די הנהלה איבער אביוז און/אדער לעגאלע ענינים.
Any of the administrators listed on the “The team” page should be an appropriate point of contact for your complaints. If this still gets no response then you should contact the owner of the domain (do a whois lookup) or, if this is running on a free service (e.g. Yahoo!, free.fr, f2s.com, etc.), the management or abuse department of that service. Please note that the phpBB Limited has absolutely no jurisdiction and cannot in any way be held liable over how, where or by whom this board is used. Do not contact the phpBB Limited in relation to any legal (cease and desist, liable, defamatory comment, etc.) matter not directly related to the phpBB.com website or the discrete software of phpBB itself. If you do email phpBB Limited about any third party use of this software then you should expect a terse response or no response at all.
צוריק ארויף
ווי אזוי קען זיך פארבינדן מיט די הנהלה?
אונטן פונעם בלאט קענט איר דרוקן: "פארבינד זיך מיט די הנהלה". איינגעשריבענע באנוצער קענען אויך דרוקן אויף "די הנהלה", צו זען די ליסטע פון אלע מנהלים, און שיקן דערנאך א פריוואטע מעסעזש אדער אימעיל פאר סיי ווער פון די מנהלים.
צוריק ארויף